Description
Description
די אינספיריתדע לעבנסגעשיכטע פון הרה"ג ר' יעקב משה קרעמער זצ"ל און הרבנית חי' שרה ע"ה.
״געלעבט פאר אידנסוועגן״ איז א מערקווירדיגע ווערק פון גליענדע ליבשאפט צו יעדן אידיש קינד און א ביאגראפיע איבער דאס דערהויבענע פארפאלק הרה"צ ר' יעקב משה קרעמער זצ"ל און הרבנית חי' שרה ע"ה וועלכע האבן געלעבט גאר נאנט צו אונזער דור און האבן פון זייער ארעמע באשיידענע הייזקע אין דעם כפר גדעון דערפל אין ארץ ישראל אריינגעשיינט און דערווארעמט אזויפיל צובראכענע אידישע הערצער, באגרעניצטע אידישע נשמה'לעך, און מקרב געווען אומצאליגע הערצער לאבינו שבשמים.
"געלעבט פאר אידנסוועגן" וועט אייך געבן א טיפער אריינבליק אין אט דעם הייליגן הויז, צו וואו אידן זענען געקומען פון נאנט און ווייט פאר הדרכה און ישועות, און פארשטיין די אויסטערלישע הערצה און יראת הכבוד וואס צדיקי הדור האבן פאר זיי ארויסגעוויזן. איר וועט ווערן איבערגענומען ווי אזוי זיי האבן פארוואנדלט זייערע נסיונות און שוועריגקייטן אין געלעגנהייטן צו דינען השי"ת!
"געלעבט פאר אידנסוועגן" וועט אריינברענגען די צוויי געהויבענע לייט אין אונזער שטוב. זיי וועלן אויפפלאמען דער פונק פון אונזער נשמה צו שטרעבן צו א לעבן פון העכערס; זיך ווייניגער אפרעדן מיט תרעומות אויף דאס וואס ס׳פעלט; האבן מער הכרת הטוב און שמחה אויף אלע גוטס וואס מיר האבן יא ב״ה, און ארויסנעמען א טיפע לערע ווי אזוי א בשר ודם אויף אונזער וועלטל קען צוקומען צו מדריגות זיך צו פירן ווי א מלאך, און דאך בלייבן געוואלדיג בעיני אלוקים ואדם!
לייענט און לערנט איבער אמת'ע ליבשאפט צו השי"ת און זיין פאלק!
""אינטערעסאנט, א ל"ו צדיק איז דאך באהאלטן. אויב ווייסט מען ווער ער איז, איז ער דאך נישט באהאלטן?
"באהאלטענע צדיקים מיינט נישט אז זיי זענען אינגאנצן באהאלטן," האט הגאון ר' חיים קרייזווירטה זצ"ל מסביר געווען.
""באהאלטן מיינט אז רוב פון זייער גרויסקייט איז באהאלטן!
Age: 12-120 • Pages: 384
Specifications
Specifications
-
Author
-
Cover
Reviews (0)
Reviews (0)
Payment methods
Your payment information is processed securely. We do not store credit card details nor have access to your credit card information.
Pictures
Pictures are for illustrative purpose only. Actual items may differ from the one displayed