FREE shipping over £95

FREE European Shipping

opportunities

Worldwide Shipping

options

 

weborders@lehmanns.co.uk

+44 (0)191 4060 843

געשיכטע פון כלל ישראל - תקופת יהושע בן נון

|
Misc
|
160423
|
Hardcover
|
Stock: High

Gift wrap option is available in the shopping cart

די השתלשלות און קורות הדורות פון כלל ישראל האט אלעמאל פארנומען א גאר פראמינענטע ארט ביי אידישע קינדער . זיך צו באקענען מיט אונזער עבר און וויסן פון וואו מיר שטאמען ;... See more below
די השתלשלות און קורות הדורות פון כלל ישראל האט אלעמאל פארנומען א גאר פראמינענטע ארט ביי אידישע קינדער . זיך צו באקענען מיט אונזער עבר און וויסן פון וואו מיר שטאמען ; פארשטיין די טיפע . באדייט פון וואס עס האט זיך אפגעשפילט ; און - בעיקר - דער מוסר השכל וואס מיר לערנען דערפון אויף שפּעטערדיגע דורות . דער קרוין פון אונזער היסטאריע וועלכע הייבט זיך אן פון די הייליגע אבות , אברהם , יצחק און יעקב , פלעכט זיך ווייטער ביז'ן דור המדבר , וועלכע האבן מקבל געווען די תורה פון בארג סיני דורך משה רבינו , און ווייטער זיין תלמיד יהושע בן נון , וועלכער איז געווען דער אויסגעוועלטער פון השי"ת אונז אריינצופירן קיין ארץ ישראל , און צעטיילן דאס לאנד פאר אלע שבטים . מיט אט די גלאררייכע תקופה וועלן מיר זיך בע"ה באקענען אין אט דעם באנד וועלכע דעקט די אכט - און - צוואנציג יאר וואס יהושע בן נון האט געפירט דעם כלל ישראל . איר וועט ליינען , צווישן אנדערן , די געשעענישן פון ווען יהושע בן נון איז געווארן דער מנהיג פון כלל ישראל , ביז צו דעם טאג פון זיין פטירה . מיר וועלן באגלייטן אונזערע עלטערן אריבער דעם ירדן , אריין קיין ארץ ישראל , און באטראכטן די מלחמות און נצחונות , דאס אייננעמען און דאס ירשינען דאס לאנד , און אלע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט דורכאויס יענע צייט . געשיכטע איז א נאבעלע סעריע וועלכע שילדערט אונזער הייליגע היסטאריע פון ווען השי"ת האט אונז אויסדערוועלט אלס זיין פאלק , באגלייט מיט אינטרעסאנטע ידיעות , מאפעס און בילדער אויף א גאר געשמאקע און לייכטע אופן.
More Information
SKU 160423
Author Misc
Binding Hardcover
ISBN 9781646334568
Publisher Misc
© Lehmanns.co.uk. Hosting Serac.com Read our Terms of use & Privacy policy